אַבֿי גבאַי דערוויילט ווי דער פֿירער פֿון ישׂראלדיקער אַרבעט־פּאַרטיי

Avi Gabbay Wins Election to Lead Israeli Labor Party

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published July 11, 2017, issue of July 28, 2017.

מאָנטיק אויף דער נאַכט איז אַ ווייניק באַקאַנטע פּאָליטישע פֿיגור, אַבֿי גבאַי, דערוויילט געוואָרן ווי דער פֿירער פֿון „עבֿודה‟ אין דער צווייטער רונדע פֿון די נאָמיניר־וואַלן.

גבאַי, וועלכער איז מיט עטלעכע חדשים צוריק אַוועק פֿון „כּולנו‟, אַ קלענערע רעכט־געשטימטע פּאַרטיי, כּדי זיך אָנצושליסן אין דער לינק־געשטימטער „עבֿודה‟, האָט באַקומען 52% פֿון די שטימען. זײַן קאָנקורענט, עמיר פּרץ, אַ געוועזענער פֿירער פֿון „עבֿודה‟ און שוץ־מיניסטער, האָט באַקומען 47%.

גבאַי, וואָס האָט פֿריִער געדינט ווי מיניסטער פֿון סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג, און פּרץ האָבן דערגרייכט די צווייטע רונדע נאָך דעם ווי דער ביז־איצטיקער אָפּאָזיציע־פֿירער, יצחק הערצאָג, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך פֿאַרשפּילט אין דער ערשטער רונדע. פּרץ האָט דעמאָלט געקראָגן 33%; גבאַי — 27% און הערצאָג — 16%.

„עבֿודה‟ דינט איצט אין דער כּנסת ווי אַ טייל פֿון דער אָפּאָזיציע, וואָס באַשטייט פֿון „דער ציוניסטישער פֿאַרבאַנד‟ און דער קלענערער פּאַרטיי, „התּנועה‟, אָנגעפֿירט פֿון דער געוועזענער אויסלאַנד־מיניסטאָרין, ציפּי ליבֿני. דער „ציוניסטישער פֿאַרבאַנד‟ פֿאַרנעמט איצט 24 פֿון די 120 ערטער אין דער כּנסת.

לויט אַ באַריכט אין „האָרץ‟, האָט גבאַי לעצטנס צוגעזאָגט אָפּצושטעלן דעם וואַקסנדיקן כּוח פֿונעם ישׂראלדיקן רבנות, און באַטאָנט אַז ער שטיצט ציווילע חתונות און דאָס אָנהאַלטן אַ באַגרענעצטע טראַנספּאָרט־סיסטעם אום שבת. ער האָט אויך געזאָגט אַז אויב דערוויילט ווי דער פּרעמיער, וואָלט ער פֿאַרבעטן די אַראַבישע פּאַרטייען פֿון דער „בשותּפֿותדיקער ליסטע‟ זיך אָנצושליסן אין דער רעגירונג אָבער אַז געוויסע פֿראַקציעס אין דער „בשותּפֿותדיקע ליסטע‟ זענען אַזוי עקסטרעם אַז דאָס שאַפֿן אַ קאָאַליציע מיט זיי „וואָלט געווען אוממעגלעך‟.